אידיש

דא ברענגען מיר אייך א דרשה פון א כתב-יד פון העכער 500 יאר צוריק, געשרבין אין יאר רס”ד (1504). כאטש די טעמע איז טרויעריג, איז די דרשה אנגעפילט מיט הומאר און מיט געשמאקע אויסדרוקן וועלכע זענען עדות פארן שרייבער’ס ליבע צו דער אידישער שפּראך

דער מחבר, ר’ מנחם אלדנדארף, איז געווען א סופר, מגיד, שוחט און נאך. געוואוינט האט ער אין דייטשלאנד און מערסטנס אין איטאליע, אין און ארום ווענעציע, איז זיין אידיש באפעפערט מיט איטאליענישע און ווענעציאנישע ווערטער און אידיאמען

אין אדר תשפ”א (2021) איז די דרשה צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן, אין א לייכט-מאדערניזירטע נוסח, מיט אן אריינפיר מיט פארשיידענע פרטים איבער דעם מחבר, זיין צייט, זיין לשון (אן עלטערע סארט אידיש) און דעם כתב-יד. דאס אלעס קענט איר געפינען צוזאמען מיט זייער אסאך אנדערע אינטערעסאנטע ארטיקל אין וועקער נומער 18, וואס איר קענט קויפן ביי בעסערע ביכער-קרעמער אין ברוקלין אדער באשטעלן אויף עמאזאן

https://www.amazon.ca/וועקער-נומער-18-Veker-Distribution/dp/B08W6P2KTR
https://www.amazon.com/dp/B08W6P2KTR

דא האט איר ר’ מנחם’ס אריגינעלע ווערטער, מיטן אויסלייג פון כתב-יד לויט די כללים פון אידיש אי יענע צייט

עֲקַבְיָא בֶן מַהְלַלְאֵל אוֹמֵר הִסְתַכֵל בִשְלָשָה דְבָרִים וְאִי אָתָה בָא לִידֵי עֲבֵירָה       

דא וויל איך אי”ה עטווש בון שרייבן

אין אונזרן ספּרים מיר גשריבן וינדן   

גדענק אן דרייא ארלייא זו קומשטו ניט צו זונדן   

בון וואנן דו בישט קומן צו דער וועלט

אונ´ וואו הין דו ווערשט גיין אין געני וועלט   

אונ´ באר וועם דו ווערשט געבן רעכנשפט אונ´ קונט   

גידעקשטו דש אישט דיינרזיל גיזונט   

בון גישטאנק דעש הויש

בישדו גאנגאן איין  אונ´ אויש   

ווען מיר נון אלט ווערדן   

זו ווידר קירן מיר צו דער ערדן   

באר בישעפר אל ווערק   

הימיל אונ´ ערד וואשר טאל אונ´ בערג   

דעם ור הילן אישט ניכט   

באר דעם מושטו שטֵין צו גריכט   

דארום זייא זיך נימנט לייבן נאך אירן   

נימנט קאן אים פּורזירן  

דער שימפּֿפא מיט אונש אלן גיט אויש   

אז דש שפיל מיט דער מויש    

די קאץ לושט זיא אווייל לויפן   גלייך אז וואלט זי איר אנטוליהן   

דען מיט איינר פפוטן   טויט זי זי ווידר הער אום ציהן

בעיי אירן הורן טויט זי זי רויפן   

אונ´ ווייזט זי דש זי איר ניט קאן אטלויפן   

אזו הוט איקליך מענש איין צייט   

אז לאנג דש עש דאך לסוף אויף דעם רוקן לייט   

אזו ווייז אישט עש ניט מיט אלים זיינן זינן   

דש עש דעם מַלְאַך הַמָוֶת קאן אנטרינן    

דש קאן עש ניט מיט אל זיינן חָכְמוֺת בווארן   

אורבלינג אז איין ביגיל אין איינם גארן

אונ´ איין ויש ווען ער לאנג אים וואשר שלאצן אישט גאנגאן   

לסוף ווערט ער דאך גיבאנגאן    

אין איינם קליינן אנגאיל

אזו שטירבט ער אויך די זיינן האבן זיינר מאנגיל   

זו ער אישט ערשט אין זיינן בעשטן ווערדן   

זו ליגט מאן אין שלופן אונטר די ערדן   

אין איינר הערבריג איינר קלטן   

נון שטערבן אז ויל דער יונגאן אז דער אלטן   

עש הילפּט ניט דש איינר יונק אישט נאך שטרק   

עש גין אז ויל קעלבר הויט צו מרק   

אז הויט בון רינדר   

ווארויף ור לושט איר אויך דען ליבן קינדר   

ווען דען איינר אישט ביגראבן    

ניכט דש זיינן קאן ער מיט האבן   

זיין זילבר גולד נאך זיין אֵידיל גשטיין   

דער נימט ער מיט אים קיין   

נאקט ווערט ער בגראבן   אז ער אישט צו דער וועלט קומן   

עש הוט ני קיינר ניכש מיט אים אין געני וועלט גינומן   

זיין הופשי קליידר זיין זויפן זיין ורעשן   

עש ווערט דורט אלש ור געשן   

איינר קאן זיך ניט לוזן מיט געלט נאך מיט גויט   

זו גילט אויך ניט סוֺפֶּרְבְיוֺ אונ´ אובר מויט   

דש ער הוט גטריבן בעיי זיינן טאגן  

די וֻוארים ווערדן אין ורעשן אונ´ נאגן   

ווען ער נון בון דען וֻוארמן ווארט גינאגט   

זיין גויט נימט אונטר וויילן איינם דער אים ווינציק גְרַמַרְצֵי דרום זגט

באר איין ווארהייט איך אויך זאגן קאן   

עצליכר זמילט געלט באר זיינש ווייבש מאן   

נון אישט די וועלט גיטיילט אין וילן   

עצליך דש איר ור דרומלן אונ´ ור שפילן   

אונ´ זולטן זי צדקה געבן איין טרון   

זי מיינטן זי ווארדן ארים דער בון   

עצליך האבן ניט בון דעם אירן קיין גויט שֶעה נאך שטונד   

שפר דעם מויל זו ווערט עש דעם הונט   

עצליכר טוט אים אויף אל הַנָאוֺת אין דער וועלט       

עש זייא אין היץ עש זייא אין קעלט   

איקליכר צייט הוט ער זיין קליידר אונ´ זיין שויבן   

ער אישט קַרְפְּיוּן טרוטן קיץ ולייש אונ´ טויבן   

ער טרינקט מלוזיר ורנאצר אונ´ גוטי מונט וויין   

אישט איין גוטר בישן אין דער שטט זו אישט ער זיין   

ער ורישט בול אן זיינן קראק   

אונ´ שלופט דער בעיי ויר שֶעוֺת אויף דען טאג   

דען ריכט ער צו זיין צאצרה אונ´ זיין רוט וואנגאן    

אונ´ פוליט אויף זיינן פּנינעליך קומט ער גיגאנגאן    

זיין קולרליין פּיליד גיליגט אום זיין הלש    

ליבר הערגוט ווש הילפּט דש אלש   

אונ´ זיין חוֺתְמוֺת אן זייו וינגאר גשטושן   

אונ´ גֵיט דא הער מיט איינר סוֺפֶּערְביֹו איינר גרושן   

ער וויל ווְינן דער עולם זיי זיין אליין   

ווערליך עש הילפּט אין גר קליין   

דער זעלוויג פּלוני

דונקט ער זיך נאך איינש מי כְמוֺנׅי   

אין איינם רגע ואלט  ער   דרנידר   

אונ´ קלאגט הערץ קופפא אונ´ אל זיין גלידר   

ער ליגט נומר איין טג דרייא אודר ויר   

ער בידארף שירופא מֶעדְְזִינָה אונ´ קרישטיר  

ער דארף דש מאן אים לושט אן דעם ארים   

ער אישט קלט  אונ´ ווארים   

ער הוט איין שטרק פֵּיבר קונטין   

לסוף גיט אים די זֵיל דא הין   

זו ליגט מאן אים איין ועדר אויף דש מויל   

ער ווערט שטינקן אונ´ בויל  

מאן ליגט אין אויף זיין רוקן אין איינם ברעטרן קאשטן   

אים אישט באר גאנגאן רֵידן זֵיהן הְורן שמעקן אונ´ טאשטן  

גֵין שטין ליגן אונ´ זיצן   

קיין אוטם קיין זין נאך קיין דער וויצן   

קיין ליינן נאך לאכן   ווערט

בון אים גיהורט   

אים גיט ניט מער אין פַאץ שנופפן נאך הושט   

אל לושט אישט אים דא גיבושט  

ער ליגט דא אז איין אנדר שטיין   

ער ווערט צו ברוקליכט ערד קליין   

דען ער אין פאץ געבן הוט די האבן באר אים רו   

זי דורפן ניט זורגן דש ער אין מֵין אין פאץ טו   

ער קאן נימנט מער לייבן נאך בישיישן   

מאן גֵיט וואל אויף זיין גראב שמיישן   

אישט ער אי זינטיל גיוועזן דא ער לעבט אונ´ ווש גיזונט   

זו ער שטירבט שטופפט באר אים די נאז אז באר איינם פיגרן הונט   

אזו שטאפט מאן באר אים די נאז   

עש וואכשט אויף אים דורנער אונ´ גראז   

ער הוט גר איין הרטש בעט   

אויש דער לוֹהְקָה ווער מיט אים גרעט   

אל די בוברייא די ער הי הוט גטון    

דרום גיבט מאן אים זיין לון   

מאן באר טראגט אים איר קיין    

מאן שפילט מיט אים שאנצן אונ´ שלגט אים דש אונ´ דש איין   

איין פִּינְקס ווערט הער באר גברוכט  

דא שטֵיט אלש אינן דש ער הער גימיינט ער וְוארד נֻומר גידַאכט   

אישט ער נון אין דיזר וועלט גיוועזן איין פּרוואוז איין הדירר אונ´ צענקר

אז איין שוף גיט ער דורט בעיי דעם הענקר   

ווארום וויל מן איינר אין דיזר וועלט די לויט אל ור שלינדן  

אין דער פעלצריאה מיא אונש דוך וינדן   

דא אישט הויש ביטעטיגונג אל דש דא לעבט   

דארום זעך איינר באר זיך וואו ער נאך ער שטרעבט   

ווען אוב איינר וואל מער דען זיין גיזעל באר שליישט איין ראק

דארום אישט ער ניט באק   

דענוכט אישט אים דער בויך אויך ווייך   

ער ווארט אל רגע דש באקן שטרייך   

ווען מיר זיין אל בון עֶרד גיקנעטן   

אונזר טעג באר גֵין אז איין שעטן   

איין מענש בון איינר ורויאן גיבארן   

קורצי טעג דא אינן ויל אן ועכטן אונ´ צורן   

נו מענש ווש הושטו נאך גילאכֿט   

ווש הילפט דיין אובר בראכט   

אז איין אנדר מענש בישטו דאך אויך   

דש דא באר גֵיט אז טרוים אונ´ אז איין ראוייך   

דו מוכט וואל באר דיך מערקן   

אונ´ אין גוטש דינש דיך צו שטערקן  

דו העשט וואל שאפן אונ´ צו זורגן זער   

נאכט אונ´ טאג צו טון ווש גוט ליפ ווער   

ווען דו עש וואל אלש טושט זא אישט עש דענוכטר אל נישט   

גיגן ווש דו גוט ית´ שולדיק בישט   

טושטו עש ניט ביצייט   

וויישהייט נאך ורומקייט הילפט ניט ווען מאן אין דער גרובן לייט   

ווען מערקט אונ´ באר שטיט מיך עבן   

ווער דא שבת וואל וויל לעבן

דער מויש אם ורייטג קוכן דר בוֺר   

דש משל דש אישט וואר   

וויל איינר דר ווערבן   גוטש הולדן   

אין דיזר וועלט מיט מַעְשׅים טובים מוש ער עש באר שולדן   

 אונ´ מויש זיך ברייטן אים באר הוף וויל ער אין פאלץ הין עיין   

אל צייט זולן דיין קליידר ווייש זיין  

אוב גוט אובר איין גיבוט דש ער ווער בון זיינן זונדן ריין   

אזו מיין איך דש קַהֶלֶת דען פְּשַט מיין   

דער מיך נון וואל ראטש ורעגן   

זו שפּריך איך אל נרהייט לושט אונטר וועגן   

אונ´ לושט דש מעשר שטעקן    

נו ווערט מאן דיך דאך מיט ערד דעקן   

ווערט עש אנדרש אזו גויט   

דש מאן אין אין קֶבֶר יִשְרָאל טויט   

ווארום ווילשטו דען דעם עוֺלָם אויף דען קופֿפֿא שטייגן  

מושטו דאך בׅיצֶענצְיֹו האבן ווען דו ווערשט אונטר דען וֻוארמאן ליגן

בישטו נון גיוועזן איין קיישר בורשט אודר הער    

זא שטיל דיך גֵיגן דען וֻוארמאן צו ווער   

דש זי דיך ניט נאגן  שטעכן אונ´ ביישן   

אונ´ דיר דיין ולייש ניט אויש ציהו אונ´ ריישן   

דו זיישט איין בידרמאן אודר איין שלק   

הושטו איין ויישטן באלק   

אונ´ הושט דיך אן גיברעשן   אונ´ ויישט גינאשט   

ערשט בישטו אין איין ווילקומר גאשט   

זי ווערדן דיינר ניט ור געשן   

זי ווערדן דיך נאגן אונ´ ורעשן   

ווערשטו דיין טג נאך איינש גיוועזן אזו ווייז   

זו ברינגשטו אין דענוכטר איר שפייז   

דש זיכט מאן נו אלש דארן אישט ניט הֵיל   

דש גשיכט דעם קורפר ניט ווייש איך וויא עש גאן ווערט דער זֵיל   

וויא מאן מיט אים אום גיט אין גענר וועלט

הוט ער היא די זייטן ניט באר גשטעלט   

וויא די שוֺטַנִים מיט אים ווערן רומפלן נון   

אבר דא וויל איך ניכש שרייבן בון   

מאן מוכט מיך לוגן שטרופן   

אבר דש מאן דען לאנגאן שלופא מויש שלופן   

דש מויש מן וואל גלייבן אז איך עש זאג   

עש אישט איין דינג דש גשיכט אל טאג

אל אויגן בליק  אונ´ אל צייט   

ער קאן ניט באר זיך שיקן איין בוטן אין דיזן שטרייט   

ווען גוט וויל זו מויש ער זיין בירייט   

עש זייא אים ליפא אודר לייט   

ווען דער מַלְאַך הַמָוֶת ניט וויל לענגר ביצענציו הון   

זו מויש ער זעלוורט קומן אין פּערשון   

און גיבעטן אונ´ און דאנק   

בלד דר צו אונ´ ניט לאנק   

מאן גיבט אים ניט טערמנא נאך ווייל  

עש גיט אלש צו אין איינר אייל   

עצליכר איצונד גר וואקר דא הער גוט   

אֻויבר איין וירטייל שֶעה זו אישט ער טוט   

זו נענט מאן אין דען עיי דער זעליק   

דש אישט וואר אויף מיין חלק   

האבן ער צו שאפן גיהט וואש ער וויל    

דער טוט שלעפט אין דו הין אז איין גיזעל   

דש אישט נון אזו איין דינג   

עש הילפט ניט דרבאר פּאנצר נאך שטעהלן רינג   

ווען די צייט קומט זו מויש ער זיך הלטן דאר   

מאן זוכט אין פּוֺרְטֶערֵי אונ´ פַּארְמָער  

דאר באר הילפט ניט טראכטן נאך זורגן

מאן וינט אין ווער ער אין ויר שלושר ור בורגן   

ער מויש גֵין און גיוואנט רייזן   

זיין ווייב אונ´ זיין קינדר בלייבן ווידוון אונ´ ווייזן   

ער קאן ניט אנטוליהן נאך אנטלופן

נאך מיט געלט אונ´ גוט זיך אב לוזן אונ´ אב קויפן

עש אישט אויך ניט דער זיטן   

קיין בורשט נאך הער קאן אין ניט אב ביטן   

זו קאן ער אויך ניט אויש ברעכן   

דש וויל איך אים ור שפרעכן   

זיין ליבשטר ורונט דען ער הוט גיהט אויף דיזר וועלט   

דש אישט גיוועזן זיין גויט אונ´ זיין געלט   

דר נאך ווייב אונ´ קינד אונ´ אל זיין ורוינד די שטין אים אל אב   

זי טון אים לְוַיָה ביש אן דש גראב   

דען ווייזן זי אים די וייגן   

אזו לאנג מויזן מיר היא זיין אז דו דא בלייבשט דא לייגן   

הוט ער נון דא מיט גינונק דש אישט מיר ליפא

דש ווייב וויינט אונ´ שרייט אז איין דיפא

אין איינם שטאל   

אום´ אין הלטן זי זיל אויביל אל    

ער אישט קוים דר קולט   אונ´ אונטר דער ערדן גלעגן   

זי נימט איין מאן בון זיינר זילן וועגן   

דא ער אים לאנג הוט ווֵיא גיטון אונ´ ווינדא   

דש קושומערן בלד זיין גזינד   

אונ ווש ער לאנג הוט גזאמלט גשפּרט   אונ´ צו רוט גיהלטן   

אין ויל חלקים ווערט עש גשפּלטן   

הוט ער דש זיינן ניכש טורן באר צערן   

איצונדר לעבן זי דרום אז די הערן  

הוט ער נויארט גלושן ויל ווילן   

זו האבן זי דר מער צו ור קליידן צו ור ורעשן   אונ´ צו ור שפּילן   

דש אלש ווערט איין איקליך מענש אינן   

נאך וויל מאן עש אלש   ניט בזינן   

דא ווייל די לויט דא גין לעבן אונ´ זיין ורייא   

דש זי לישן איר בוברייא   

אונ´ גדוכטן אן ווש דא ווערט קומן   

אז איר דא וואל הבט ור נומן   

אונ´ ווער עש דאך דש דער מענש בור זיך זעך   

עש ווער ויל בוברייא די ניט גשעך   

וויא מוכט קומן דש איינר ווער איין בובא   

גדוכט ער אן זיין גרוב   

אונ´ בון ווש ער קומן אישט אונ´ ניט קאן שקאמפּערן   

צו שטֵין צו גריכט בור גוט דעם הערן   

ווארום זולטן מיר ניט אל ורום זיין אונ´ אייטיל הזן   

איך נים מיך זעלוורט דריין אויך בעיי דר נאזן   

איך טו אז דער פּפּאף קערט אויך אן מיין ווארט    

אז איר דא הט גיהורט  

דש בוך די שטרוף וויל איך הינטר מיר לושן   

ווער עש לייט אוב ער זיך דארן וועלט שטושן   

ווען איך נים די ווארהייט בואר   

איך האב ניט אז ויל גשריבן הונדרט מולט אישט עש מֵין וואר   

מעכט איך איינן ווינדיין אונ´ זיך ביקערן    

איך וואלט ניט מער כבוד בגערן  

ווען איך הב עש אין פּרקים גזעהן   

האב ליפא די לויט אונ´ זייא זי צו דער תורה גינעהן   

אויך ביטויט עש בשיידליך די הייליק תורה    

די לייפא די זי אין חָרַן הטן גימכט אברהם אונ´ שרה    

דרום דש זי זי צו יֻודן הטן גימכט    

אז העטן זי זי טון גווינן דער פּסוק אכֿט   

נון איר ליבן לויט איך וויל אויך ביטן   

ווען איך ווערד שטערבן אז דעש עוֺלַם זיטן   

דש אישט איין זך די אידרמן ווייש   

זינט דש בור חֶוָה אונ´ אדם אין דען אפפיל בייש   

אזוי וויא מיר אין בראשית לעזן   

זינט באר דעם טוט קאן נימנט גינעזן   

זולט איר מיינר צו גויט גדענקן דער בעיי   

אונ´ ביטט גוט יִתְבָרַך באר מיך דש ער מיר מיין זונד באר צייא   

אונ´ וואל מיך ביהויטן באר דעש גֵהִינַם ולאם אונ´ קולן   

אונ´ וואל אים מיין זֵיל לושן זיין ביבֿאלן   

אונ´ וואל מיין גרושי זונד ניט דר וועקן   

אונ´ וואל מיין מישטוט אז איין וואלקן אב מעקן   

לייכט ווערט גוט יִתְבָרַך אויאר גבעט באר נעמן   

אונ´ ווערט מיך זונדיגר אין גענר וועלט ניט באר שעמן   

ווען בַעו”ה הרבים איך בין גיוועזן זונדן אונ´ בְוז   

איך דורפּט וואל דש מיך אויאר תפילה דר לוזט   

ווען דש וויל אויך ביטויטן  

עש אישט איין גרוש דינג אום זְכֻות אונ´ תפילה בון ויל לויטן   

האב איך זונדיגר מיין טאג אויך עטווש גויטש גיטון   

דש זול מיך גוט ית´ אויך גנישון לון  

דענוכטר ור לוש איך מיך אויף דש אלש ניט דש ווא וְואשט   

איך ביט גוט ית´ דש ער מיך בִגנוֺד אום זֻונשט   

אונ´ וואל זיך ניט קערן דש איך האב מיין טאג גבֻורט איין בוֻז גבערד   

אונ´ וואל אן זיהן דש איך בין עש אונ´ עֶרדא   

אונ´ זול ניט מיט גריכט מיט מיר אום גֵין   

ווען ווער אישט דער מאן דער דא קונט בשטֵין   

ווען מיר זיין יא אל ולייש אונ´ בלויט   

קיינר אישט אונטר אונש דער ניט זונד טויט   

גוט זול מיר ור געבן אום ווילן ויל זיינר גֻוטן   

ווען באר דעם הויש דיפא קאן מאן זיך ניט הויטן   

בון יוגהייט אן הוט זיך דער יֵצֶר הרע ניא בון מיר גיקערט   

איך אונ´ ער קוכן בעיי איינם בויאר אויף איינם הערט   

ווער קאן זיך נון שטעטש מיט אים צאנקן   

אל דען טאג זיינט בְוז הערץ דעש מענשן אונ´ זיין גדאנקן   

ער רייצט שטֵיטש אן דער בְוז גיישט   

אל זונד ער אין טון היישט   

אונ´ לושט איין ניט אוֺן ור ווארהן

ווער קאן נון אומצורן לייגן מיט אים אין דען הורן   

הב איך נון צו וויילן אובר זֵיהן די שאנץ   

דארום הופן איך ניט צו זיין טעש טויבילש גאנץ   

דא ווייל מיר דש וינדן אין דער גשריפט   

דש דער מענש בְטֵבַע אישט אזו מיט יֵצֶר הרע גשטיפט   

דש זול גוט ית´ אן זֵיהן  אונ´ גידענקן   

אונ´ זול מיר אל מיין זונד ור געבן אונ´ שענקן   

ווען קרואן מאכן ניט פפֿוהן   

מיין ווינציק גויטש דש איך גיטון הב זול ער ניט באר שמוהן   

איך האב מיך דש רעכט בדוכט   

עש ווש גוט ית´ גנעם דש ווינציק מעל דש דער עֶנִי צו פּריזנט ברוכט   

אז העט ער זיינן לייפא דר גשטרעקט   

אז ער אויך הוט גוועלט דש מן דש מִזְבֵחַ מיט טויבן ועדרן בידעקט   

אישט נויארט דש הערץ אונ´ די כַווָנָה גויט   

זו אישט אים גינעם ווש מאן אום זיינן ווילן טויט   

איין גרוש אודר איין קליינש   

עש אישט גוט גנעם אונ´ אישט אלש איינש   

דא איך דש בון מיינם רְבֵי ז”ל האב גלערנט אונ´ גיהורט   

דש גאב מיר זונדיגר איין גויטי קומפורט   

אישט עש אזו וער טאג   

איינר ארמר בון מִצְוֺת אויך בשטֵין מג  

נון ביט איך גוט אום ווילן זיינר גינוד   

אונ´ דער ברמונג דער ער ויל הוט   

דש אל מיין זונד מויש זיין כַפָרָה מיין טוט   

קורץ איך וויל אב שניידן   

קיין חִיבוּט הַקֵבֶר זול איך ניט ליידן   

ווען לייפא אונ´ זיל שיידן בון איין   

בון אל מיינן זונדן מויש איך זיין ראיין   

בון אין אלן מוש איך זיין הייל   

מיט אברהם יצחק יעקב מוש זיין מייט טייל   

זו וויל איך גערן שטערבן ווען גוט אובר מיך גביט   

אישט דש עש אזו גשיכט   

אי דאך און אלן תְנַאְי אין זיין הנט גוטליך איך מיך דר געבן   

עש זייא צו טוט עש זיי צו לעבן   

דארן קאן איך ניט ועלן   

איך וויל אין לובן אונ´ גר עכטן מיט מיינר קעלן   

צו אים אישט די קראפט אונ´ שטערק   

דער שעפפר גאנץ זיין ווערק   

אל זיין וועג זיין גריכֿט   

אום זונשט טויט ער ניכט   

גוט ית´ אישט ווארהפטיק אונ´ טויט נימנט אונרעכט  

דש קאן וואל דר קענן מנחם אלדנדורף   זיין קנעכט   

דארום זול ידרמן הינטר זיך אונ´ בור זיך גידענקן אונ´ זול ניט שערצן   

דש לעצט דש אישט דער טוט דש זול דער לעבנדיק געבן  צו זיינם הערצן   

יום ב ד´ אב רסֿד ב”ה”לך